אָסקאַר קומט אַרײַן אין אַ קלײדער־געשעפֿט
ער זעט זאַרי, זײַן תּאַלמידה. זי אַרבעט אינעם געשעפֿט.׳
זאַרי, שלום־עליכם!׳
עליכם־שלום, מ״ר גרינבערג!׳
אױ, ברכה, דאָס איז מײַן לערער, מ״ר גרינבערג.׳
שלום־עליכם!׳
מ״ר גרינבערג, דאָס איז מײַן בעל־הביתטע, ברכה זילבערשטײן.׳
זײער אײַנגענעם זיך צו באַקענען.׳
מיט װאָס קען איך אײַך דינען?׳
נו, איך דאַרף...׳
אױ, איך װײס! איר דאַרפֿט אַ נײַ רעקל!׳זאַרי נעמט אַ רעקל פֿון אַ הענגער
נײן, זאַרי; איך דאַרף נישט קײן רעקל.׳
אױ, איך װײס, איך װײס; איר דאַרפֿט אַ נײַ העמד!׳
דאָס גרינע איז פּערפֿעקט!׳ברכה װײַזט מיטן פֿינגער
באַװײַז מ״ר גרינבערגען די נײַע העמדער װאָס זענען אָנגעקומען אין דער פֿרי.׳
נײן, ברכה, זאַרי; ביטע...׳
איך דאַרף בישט קײן העמד; איך דאַרף נישט קײן רעקל...׳
איך דאַרף...׳
אױ, אַ הוט; איר דאַרפֿט אַ נײַעם הוט!׳
ער װעט זײַן אַזױ זיס מיט אונדזער שװאַרצן פֿילצהוט!׳
נײן! איך דאַרף נישט קײן קלײדער!׳
איך דאַרף װיסן...׳
(שושקענדיק) װוּ איז דער קלאָזעט?׳
איך גײ אַװעק שױן; איך זע נאָך אַ קױפֿער.׳