זשוניאָר (עדקעלע) שׂפּילט זיך זײַן װידעאָ־שפּילן
זשוניאָר, דו װילסט מאַכן אַ ביסל געניטונגען, אפֿשר?
נײן; איך װיל שפּילן זיך מײַן װידעאָ־שפּילן.עדי האָט אַן אידעע
װילסטו גײן צום געשעפֿט פֿון די װידעאָ־שפּילן?
אױ, געװאַלט! אַװדאי!
זײער גוט!
אָבער ערשט מוז מיר געפֿינען מײַן טעשל. ס׳איז אין מײַן שלאָפֿצימער אױבן.
איך װעל גײן און עס געפֿינען!זשוניאָר לױפֿט אַרױף די טרעפּ און זוכט דעם טעשל.
אױ; איך האָב עס געפֿונען, טאַטע!
אױ, װײ! איצט האָב איך נישט מײַנע שליסל!
גײ אַרײַן אין קיך און זוכ מײַנע שליסל.זשוניאָר לױפֿט צו דער קיך און זוכט די שליסל
אױ; איך האָב זײ געפֿונען, טאַטע!
לאָמיר גײן אײדער זײ פֿאַרמאַכן דאָס געשעפֿט.
איך דאַרף מײַן רעקל.
ס׳איז אין װיקרעמס דירה.
אָבער װיקרעם װױנט איפֿן צװעלפֿטן שטאָק!
ביטע, זשוניאָר.זשוניאָר לױפֿט צום ליפֿט
אױ, װײ! װאָס איז געשען? דער ליפֿט אַרבעט נישט!זשוניאָר לױפֿט און זוכט דעם אױפֿזעער
אלון, אלון, דער ליפֿט איז צעבראָכן!
דער פֿאַרריכטער קומט מאָרגן אין דער פֿרי.
אױ, װײ!׳זשוניאָר לױפֿט אַרױף די טרעפּ צום צװעלפֿטן שטאָק צו װיקרעמס דירה
װאָס הערט זיך, זשוניאָר? אױ, װײ! פֿאַר װאָס ביסטו אָן אַן אָטעם?
דער ליפֿט איז צעבראָכן! מיר דאַרפֿן געפֿינען טאַטעס רעקל.
אױ, ס׳איז ערגעץ דאָ. ס׳איז אַ ביסל אָפּגעלאָזן דאָ.
אױ, איך האָב עס געפֿונען! זײַ געזונט, װיקרעם!זשוניאָר לױפֿט אַראָפּ די טרעפּ און קומט צוריק מיט עדיס רעקל.
פּערפֿעקט! איצט קענען מיר גײן.
אױ, אָבער איצט בין איך אָן אַן אָטעם און איך בין אַזױ אױסגעמוטשעט!
פֿאַר װאָס? אפֿשר צו פֿיל געניטונגען?