דאָס איז קונסט!

דאָס איז קונסט!

אָסקאַר און זײַן חבֿר, עדי, זענען אינעם קונסט־מוזײ
אָסקאַר זעט דעם מוזײ־שומר, מאיר
6ברוך־⁠הבאָ אין מוזײ, מ״ר גרינבערג.
592שלום־עליכם, מאיר. דאָס איז מײַן חבֿר, עדי טאָפּאָלסקי
6װאָס הערט זיך, עדי.
414נישקשה, מאיר.
6אױ, מ״ר גרינבערג, אַן אַנדערע לערערין פֿון דײַן שול װעט קומען שפּעטער מיט אירע תּלמידים.
עדי קוקט אױף די בילדער אױף די װענט פֿונעם מוזײ
ער באַמערקט אַ בילד פֿון אַ הונט
414סע געפֿעלט מיר! ס׳איז מײַן באַליבטסטע מאָלערײַ.
592דאָס מאָלערײַ איז נודנע.
414װאָס? אָבער הינט זענען זײער לעבעדיק!
592עדי, הערט זיך צו מיר; איך בין אַ לערער פֿון קונסט...
592און דאָס מאָלערײַ איז נישט קײן קונסט!
414פֿאַר װאָס נישט?
592די קונסט מוז זײַן ינטערעסאַנט!
592די קונסט מוז זײַן פֿאַרכאַפּנדיק!
אָסקאַר זעט אַ שניטקע אױף אַ בענקל
592דאָס איז קונסט!
414אַ שניטקע אױף אַ בענקל?
592יאָ, יאָ, אַבסאָלוט! ס׳איז ינטערעסאַנט און פֿאַרכאַפּנדיק! דער קינסטלער איז זײער טאַלאַנטירט!
מר״ס מילשטײן איז אַ לערערין אין דער זעלבע שול פֿון מ״ר גרינבערג
זי האָט געברענגט אַ גרופּע תּלמידים אױף אַן עקסקורסיע צום קונסט־מוזײ
292איך װיל אַלע פֿון אײַך זאָל האַלטן זיך שײן װען איר זענט דאָ אין מוזײ.
790יאָ, מר״ס מילשטײן.
258שלום־⁠עליכם, מ״ר טאָפּאָלסקי!
414עליכם־שלום, מענדל. דו ביסט דאָ אױף אַן עקסקורסיע?
1715שלום־⁠עליכם, מ״ר טאָפּאָלסקי. איך בין אין זשוניאָרס קלאַס אין דער שול.
415שלום־⁠עליכם, טאַטע. מײַן קלאַס איז דאָ אױף אַן עקסקורסיע.
עדי טיטשעט מיטן פֿינגער אױף דער שניטקע אױפֿן בענקל
414קינדער, איך פֿרעג אײַך; איז דאָס אַ קונסטװערק?
414אױ! איך פֿאַרשטײ קונסט אין גאַנצן נישט!
אַ מאַן קומט צו גײן, זיצט אַױפֿן בעקל און עסט די שניטקע
אָסקאַר גיט אַ געשרײ און דער מאַן שרײַט צוריק
592װאָס טוט זיך? גענוג שױן! דאָס איז קונסט!
307װאָס רעדסטו? דאָס איז נישט קײן קונסט! דאָס אוז מײַן מיטאָג!
258אױ, װײ! פֿאַר װאָס האָט מ״ר גרינבערג געמײנט אַז דאָס איז אַ קונסטװערק?
790אַ װיכטיקע פֿדאַגע.
1715אױ, איך װײס גאָרנישט!
415אַזױ װי מײַן טאַטע, פֿאַרשטײ איך קונסט אין גאַנצן נישט!
292אױ, װײ!