די מאַלפּעס אינעם זאָאָ־גאָרטן

די מאַלפּעס אינעם זאָאָ־גאָרטן

די גאַנצע משפּחה זענען אינעם זאָאָ־⁠גאָרטן
ס׳איס דאָ עדי; זײַן זון, זשוניאָר (עדקעלע); זשוניאָרס חבֿר, מענדל; און עדיס מאַמע, באָבע מאַלכּה
זײ זענען בײַ די העלפֿאַנדן
3233אױ, איך האָב ליב די העלפֿאַנדן!
258איך װיל זען די זשיראַפֿן!
414און מיר מוזן נישט פֿאַרגעסן די לײבן און די טיגערס!
3233אױ, און די פּינגװינען... אַזױ קאָמיש!
415טאַטע, קענען מיר איצט גײן צו זען די מאַלפּעס?
414פֿאַר װאָס? קײן מאָל נישט האָסטו געװאָלט זען די מאַלפּעס.
415יאָ, אָבער איצט האָב איך זײ ליב. קענען מיר גײן צו זײער סעקציע?
414זשוניאָר, די מאַלפּעס זענען װײַט אַװעק פֿון דאָ.
415איך און מענדל קענען לױפֿן צו די מאַלפּעס! מיר האָבן ליב צו לױפֿן!
414מממ... זײער גוט. לױפֿן איז אַ גוטע געניטונג.
זשוניאָר און מענדל לױפֿן צו די מאַלפּעס
415קענסטו לױפֿן שנעלער, מענדל?
258אױ, איך פֿאַרשטײ נישט, זשוניאָר! דו האָסט פֿײַנט לױפֿן!
415יאָ, ס׳איז דער רײנער אמת. איך האָב פֿײַנט לױפֿן אָבער איך האָב ליב אײַזקרעם...
415און איך װײס אַז דאָ איז אַ קראָם װאָס פֿאַרקױפֿט אײַזקרעם פּונקט נעבן די מאַלפּעס!