זשוניאָר (עדקעלע) האָט אַ איבערנעכטיקן מיט דרײַ פֿון זײַנע חבֿרים; מענדל, איציקל און הערשל
קינדער! ס׳איז צען אַ זײגער; צײַט זיך צו לײגן שלאָפֿן!
אױ, טאַטע, ס׳איז נישט שפּעט!
איך בין נישט מיד!
איך בין נישט שלעפֿעריק!
לאָמיר שפּרינגען אַרױף און אַראָפּ אױפֿן בעט
לײגט זיך שלאָפֿן!ס׳איז צװײ אַ זײגער אין דער פֿרי און די קינדער האַלטן אָן מאַכן אַ טומל
עדי גיט אַ געשרײ
לײגט זיך שלאָפֿן!ס׳איז זבן אַ זײגער אין דער פֿרי; עדי שלאָפֿט און זשוניאָר לױפֿט אַרײַן אין שלאָפֿצימער
טאַטע! טאַטע!
װאָס? װאָס? אױ, גוט־מאָרגן, זשוניאָר!
אױ, איך בין אַזױ מלא־שׂימחה! ס׳איז מײַן געבױרן־טאָג!
ס׳איז דײַן געבױרן־טאָג?
ס׳איז דײַן געבױרן־טאָג?
נו, לאָמיר מאַכן אַ געבױרן־טאָג־שׂימחה!
יו! יו! אַ שׂימחה! אַ פֿרײלעכן געבױרן־טאָג, זשוניאָר!
װאָס פֿאַר אַ שׂימחה װילסטו, זונדעלע?
אַ שׂימחה מיט אַ סך צוקערלעך!
יאָ, מיט אַ סך שאָקאָלאַד! איך װיל שאָקאָלאַד
זײער גוט, זשוניאָר! װאָס נאָך?
און זײער אַ גרױסער טאָרט!
אַװדאי!
פּערפֿעקט! און איך װיל זיך שפּילן אַ סך שפּילװאַרג!
אױ, יאָ! מיר קענען פֿאַרבעטן די שכנים און באָבע מאַלקע!
מיר האָבן אַ סך צו טאָן. װיפֿל איז דער זײגער?עדי קוקט אױף זײַן טעלעפֿאָן
אױ, אַ בראָך! זשוניאָר, איצט איז עס יאַנואַר; דײַן געבױרן־טאָג איז אין מײַ!
יאָ...
אָבער נאָך אַלץ קענען מיר הײַנט עסן טאָרט און שאָקאָלאַד און שפּילן זיך אַ סך שפּילװאַרג?
יאָ, טאָרט!...
און שאָקאָלאַד!...
און אַ סך שפּילװאַרג!
אױ, װײ!