װיקרעם און זײַן װײַב, שײנאַ, קומען אַרײַן אין קיך. גוט מאָרגן, שײנאַ! גוט מאָרגן, מײַן ליבער! אױ, װוּ זענען מײַנע שליסל? דײַנע שליסל? יאָ, איך דאַרף פֿאָרן צו דער אַרבעט. איך דאַרף די שליסל פֿון מײַן אױטאָ! חחח, שײנאַ, דײַנע שליסל זענען דאָ אױפֿן טיש! אױ, װײ; װוּ איז מײַן קאָפּ! איך בין אַזױ מיד! איך אַרבעט צו פֿיל; מער װי גענוג! איך האָב דער ענטפֿער! קאַװע, שטאַרקע קאַװע. דו װילסט קאַװע? אױ, יאָ! איך דאַרף אַ ים מיט קאַװע! אָט איז דײַן קאַװע, מײַן ליבע. אױ, אַ האַרציקן דאַנק, װיקרעם! און איצט װוּ איז דער צוקער? שײנאַ טרינקט איר קאַװע. אױ, װײ! װאָס איז דער מער? אױ! דאָס איז זאַלץ! איך האָב אַרײַנגעלײגט זאַלץ און נישט צוקער! שׂײנאַ, דו ביסט זײער מיד! יאָ, און איך דאַרף אַלץ מער און מער קאַװע; און דאָס מאָל מיט צוקער, און נישט מיט זאַלץ! Tap the pairs מײַן ליבער / מײַן ליבע my love (m. & f.) צוקער sugar ים ocean שליסל keys ענטפֿער answer