די בלינדע ראַנדקע

די בלינדע ראַנדקע

בי שטײט פֿאַר דער תּל־אָבֿיבֿ רעסטאָראַן און זוכט אַרום פֿאַר איר בלינדע ראַנדקע.
אַ יונגער־מאַן זוכט אַרום אױכעט. בי הײבט אָן אַ שמועס.
Beaשלום־עליכם! װאָס מאַכסטו?
Aryehדאַנקען גאָט. און װאָס מאַכסטו?
Beaנישקשה.
Aryehדער תּל־אָבֿיבֿ רעסטאָראַן איז אַ שײנער רעסטאָראַן. װאָס װילסטו עסן?
Beaאיך װײס נישט, אפֿשר אַ סאַלאַט.
Beaאון װאָס װילסטו עסן?
Aryehאיך װיל די לאַטקעס
Aryehלאַטקעס זענען געשמאַק
Beaדאָס איז אַן אינטערעסאַנטער באַשלאָס. פֿאַר װאָס לאַטקעס?
Aryehאיך בין אַ װעגעטאַריער אָבער איך האָב נישט ליב סאַלאַטן.
Beaאָבער פֿאַר װאָס ביסטו אַ װעגעטאַריער אױב דו האָסט נישט ליב סאַלאַטן?
Aryehאיך גלײב אַז צו זײַן אַ װעגעטאַריער איז בעסער פֿאַר אונדזער געזונט.
Beaחחח, איך קען נישט עסן אַזױ. איך האָב צו פֿיל ליב מײַנע געהאַקטע לעבער און טשאָלנט און געבראָטענע הינדל.
Aryehנו, פֿון װאַנען קומסטו?
Beaאיך בין געבױרן געװאָרן אין ארץ־ישׂראל אָבער די עלטערן זענען געקומען פֿון אוקראַיִנע.
Beaדי באָבע איז געבױרן געװאָרן אין פּאַריז.
Beaאון דו?
Aryehאיך בין געבױרן געװאָרן אין דײַטשלאַנד און איך האָב געװױנט אין מאַדריד שױן אַ סך יאָר.
Aryehהאָסטו שטוב־חיות?
Beaיאָ, איך האָב אַ קאַץ און אַ פֿױגל...
Beaאָבער די קאַץ פּרוּװט שטענדיק צו עסן דעם פֿױגל!
Aryehאיך האָב צװײ קעץ און אַ זיסע קלײנע הינטעל!
Beaאיך האָב אַ הונט אױך, בנימין.
Aryehװאָס?? איך הײס נישט בנימין. איך הײס אריה.
Aryehאױ, װײ! דו ביסט נישט נוריתּ?
Beaנײן!
Beaאיך הײס בי!
אַ פֿרױ לױפֿט אַרײַן אין רעסטאָראַן
Nuritשלום־עליכם! ביסטו אריה? איך בין נוריתּ.
Aryehנײן, זײַ מיר מוחל. איך הײס בנימין.