דאָס טײַערע רױטע רעקל

דאָס טײַערע רױטע רעקל

לילי גײט אַרײַן אין אַ געשעפֿט פֿון מאָדישע קלײדער מיט איר חבֿרטע, זאַרי
Lilyאױ, איך מײן אַז דאָס געשעפֿט איז זײער טײער.
Zariיאָ, מיט הענגלײַכטער און װײכע טעפּעכער און אַ האַרפֿשפּילער.
Ilana, the sales clerkשלום־עליכם! איך הײס אילנה. מיט װאָס קען איך אײַך דינען?
Zariהו־האַ! לילי, גיב אַ קוק...
Zariדאָס רױטע רעקל איז פּערפֿעקט!
Ilana, the sales clerkיאָ, דאָס איז זײער אַ שײנע רעקל. איר האָט אַ שארף אױג!
Lilyמממ... זאַרי
Zariאױ, לילי, איך האָב ליב דעם קאָליר!
Ilana, the sales clerkיאָ, אַזאַ פּערפעקטער קאָליר פֿאַר אײַך מיט דעם קאָליר פֿון פּנים.
Lilyזאַרי?
Zariאיך װיל קױפֿן דאָס רעקל!
Ilana, the sales clerkהײַנט פֿאַרקױפֿט עס זיך אױף אַ רעדוצירטן פּרײַז.
Lilyזאַרי!
Zariװאָס?
Lilyדאָס רעקל קאָסט פֿינף־הונדערט דאָלאַר.
Zariװאָס?!
Lilyזאַרי, דו דאַרפֿסט נישט קיין נייַ רעקל.
Zariאָבער לילי, הײנט איז מײַן געבױרן־⁠טאָג...
Ilana, the sales clerk׳...אױ, ביז 120!
Lilyהײנט איז דײַן געבױרן־טאָג... און?
Zariאון דו ביסט מײַן בעסטע חבֿרטע!
Lilyיאָ... און?
Zariאון די פערפעקטע מתּנה פֿאַר מיר װאָלט געווען...
Lily׳...אַ ביליק רעקל!
Ilana, the sales clerkאיר קענט געפֿינען די ביליקע קלײדער אונטן.