די װעטשערע רעזערװאַציע

די װעטשערע רעזערװאַציע

בי און לין האָבן באַשטעלט אַ טיש אין זײער אַ שײנעם רעסטאָראַן
507אױ, דער רעסטאָראַן איז אַזױ שײן מיט װײַסע טישטעכ⁠ער און די שײַן פֿון די ליכטלעך אומעטום.׳
508אַ פֿרײלעכן געבױרן־⁠טאָג, בי.׳
508ס׳איז אַ פּערפֿעקט אָרט אָפּצומערקן אַ מײַלשטײן.׳
385אַ גוטן־⁠אָװנט, מײַנע דאַמען!׳
508אַ גוטן־⁠אָװנט. מיר האָבן אַ רעזערװאַציע פֿאַר צװײ מענטשן.׳
385נאָמען?׳
508איך הײס לין װאַרשינסקי.׳
385יאָ, און איך זע אַז איר פּראַװעט אַ געבױרן־טאָג!
385דער תּל־⁠אָבֿיבֿ רעסטאָראַן װינטשט אײַך אָן צום געבױרן־⁠טאָג!׳
385איך הײס משה, און איך װעל זײַן אײַער קעלנער הײַנט.׳
385אָט איז אײַער טיש און אײַערע מעניוען.׳
508אױ...׳
507ס׳איז אַזױ טײַער, לין.׳
508יאָ, זײער טײַער.׳
507נו, װאָס װילסטו?׳
508עפֿשר... אַ סאַלאַט?׳
508װאָס זאָגט דער מעניו?׳
508צװײ־און־צװאַנציק דאָלאַר פֿאַר אַ סאַלאַט!׳
508נײן, איך װיל אַ געשמאַק . . .׳
508גלאָז װאַסער.׳
507און איך װיל אַ גרױסן סאַלאַט . . .׳
507און געבראָטענע הינדל מיט קאַרטאָפֿל־⁠קאַשע און אַרבעס . . .׳
507און אַ שיסל אײַזקרעם מיט טרוסקאַפֿקעס . . .׳
508אױ, װײ!׳
507׳...אין אַ ביליקן רעסטאַראַן!׳
508אָבער, בי, ס׳איז אַ װיכטיקער טאָג.׳
507יאָ, דער טאָג איז אַ װיכטיקער . . .׳
507אָבער דער רעסטאָראַן, נישט אַזױ.׳
508פּערפֿעקט, װײַל איך בין זײער הונגעריק!׳
בי און לין גנבֿענען זיך אַװעק פֿונעם רעסטאָראַן׳
385װוּ זענט איר? איך האָב אײַער ברױט און אײַלבערטן...׳