בי איז אינעם פֿליפֿעלד און זי װאַרט פֿאַר איר פֿלי
זי רעדט מיטן מאַן אױף דער סטױקע
שלום־עליכם! איך הײס עזרא. מיט װאָס קען איך אײַך דינען?׳
עליכם-שלום, עזרא. איך פֿאָר קײן באַרצעלאָנע...׳
און איך װיל זײַן פּונקט לעבן מײַן חבֿרטע אינעם אַעראָפּלאַן.׳
זײער גוט. מיר האָבן צװײ זיצפּלעצער צוזאַמען.׳
פּערפֿעקט!׳
מממ... װוּ איז אײַער חבֿרטע?׳
איך װײס נישט. קענט איר מיך העלפֿן זוכן אַרום פֿאַר איר?׳
דערצײל אױס אײַער חבֿרטע.׳
לאָמיר זען... זי איז הױך; זי האָט שװאַרצע האָר...׳
זײער גוט.׳
זי האָט ליב ספּאָרט, און זי האָט זײער ליב טאַנצן.׳
און...׳
זי האָט ליב חיות...׳
אָבער זי עסט צו פֿיל שאָקאָלאַד.׳
זײער גוט, און איר נאָמען?׳
אױ, איך װײס נישט.׳
איר װײסט נישט אײַער חבֿרטעס נאָמען?׳
איך האָב נישט קײן חבֿרטע ביז איצט.׳
קענט איר מיך העלפֿן זוכן פֿאַר אײנעם?׳
אױ װײ!׳
עזרא, אױף דער גיך, דרײט זיך צו אַ נײע קליענטקע
שלום־עליכם! איך הײס עזרא. מיט װאָס קען איך אײַך דינען?׳
עליכם-שלום, עזרא. איך האָב צװײ פֿראַגעס׃ האָט איר אַ רשימה פֿון די טאַנצזאַלן אין באַרצעלאָנע?׳
און אײדער מײַן אַעראָפּלאַן פֿליִט אָפּ קײן שפּאַניע, װוּ קען איך גײן פֿאַר אַ שיסל שאָקאָלאַד־אײַזקרעם?׳
הו־חאַ! שלום־עליכם צו מײַן נײע חבֿרטע!׳
Tap the pairs חבֿרטע girlfriend זיצפּלעצער seats שאָקאָלאַד chocolate טאַנצן to dance הױך tall