זשוניאָר (עדקעלע) איז אינעם פֿליפֿעלד ער רעדט מיטן מאַן אױף דער סטױקע שלום־עליכם! איך הײס עזרא. מיט װאָס קען איך דיר דינען?׳ עליכם־שלום. איך װיל אַ פֿליבילעט קײן באַרצעלאָנע.׳ װוּ זענען דײַנע עלטערן?׳ זשוניאָר װערט אין כּעס אױף עזרא פֿאַר װאָס פֿרעגט איר פֿון מײנע עלטערן? איך בין נישט קײן זיבן יאָר אַלט עופֿעלע!׳ װי אַלט ביסטו?׳ איך בין אַכט יאָר אַלט!׳ אַ פֿליבילעט קײן באַרצעלאָנע קאָסט פֿיר הונדערט דאָלאַר.׳ זײער גוט. װוּ קען איך פֿליען מיט דרײַצן דאָלאַר?׳ עדי, זשוניאָרס טאַטע, לױפֿט צו דער סטױקע אױ, װײ, זשוניאָר! דאָ ביסטו! װאָס טוסטו דאָ אינעם פֿליפֿעלד?׳ מאָרגן מוז איך אָפּגעבן אַן עקזאַמען אױף מאַטעמאַטיק, און טאַקע אַזױ מוז איך אַװעקגײן פֿון לאַנד! זײער גוט! װיפֿל קאָסט דעם פֿליבילעט?׳ פֿיר הונדערט דאָלאַר.׳ און װיפֿל קאָסטן צװײ פֿליבילעטן?׳ אַכט הונדערט דאָלאַר.׳ אױסערגעװײנטלעך! דו ביסט גוט װי אַ שטיק גאָלד אױף מאַטעמאַטיק!׳ דו ביסט גרײט אױף דײַן עקזאַמען.׳ Tap the pairs עלטערן parents הונדערט hundred מאַטעמאַטיק mathematics פֿליפֿעלד airport זיבן seven