זאַרי גײט אײַנקױפֿן פֿאַר אַ מתּנה
שלום־עליכם! איך הײס אילנה. מיט װאָס קען איך אײַך העלפֿן?׳
עליכם־שלום. איך זוך אַ שײנע מתּנה; אפֿשר אַ סװעטער?אילנה װײַזט זאַרי עטלעכע שײנע סװעטערס
אױ, איך האָב ליב דעם רױטן סװעטער מיט די צװײ קעצעלעך; אַזױ זיס.
יאָ, דאָס איז אַ סװעטער שײן װי די װעלט. איר האָט אַ שאַרפֿ אױג!׳
רױט איז מײַן באַליבטסטער קאָליר. ס׳איז אַ פּערפֿעקטע מתּנה!זאַרי קומט צו לילי אין דער הײם און גיבט איר דער מתּנה
װאָס איז דאָס?
עפֿן דאָס!לילי עפֿנט די מתּנה װאָס איז אין אַ קעסטל אײַנגעװיקלט מיט פֿילפֿאַרביקן װיקל־פּאַפּיר
ס׳איז אַ סװעטער.
װי שײן!
ס׳איז אַ רױטער סװעטער.
יאָ, רױט איז מײַן באַליבטסטער קאָליר.
און ס׳זענען דאָ צװײ קעצעלעך דאָ.
יאָ, איך האָב ליב קעצעלעך! זײ זענען אַזױ זיס!
און די קעצעלעך שפּילט זיך מיט אַ קױל גאַרן.
יאָ, ס׳איז זײער קאָמיש!
ס׳איז די פּערפֿעקטע געבױרן־טאָג מתּנה.
אױ, אָבער זאַרי, ס׳איז נישט מײַן געבױרן־טאָג.
איך װײס… הײַנט איז מײַן געבױרן־טאָג.
אױ, װײ!
דו פֿאַרגעסט שטענדיק מײַן געבױרן־טאָג.
דו קענסט איצט געבן מיר דעם סװעטער. פֿאַרשטײסט?
זײער גוט? אַ דאַנק, אפֿשר?
נײן, נײן; אַ האַרציקן דאַנק צו דיר!