לין גײט אין גאַס
זי זעט אַ מאַן בײַ זײַן טאַקסי. ער איז שטאַרק פֿאַרזאָרגט
שלום־עליכם! איר דאַרפֿט הילף?
עליכם־שלום! מײַן טאַקסי האָט אַ פּראָבלעם.
מעג איך ניצן אײַער טעלעפֿאָן, ביטע?לין גיבט איר טעלעפֿאָן צו דעם מאַן
יאָ, אָבער...
זײַ מיר מוחל. אײן מאָמענט, ביטע...דער מאַן רעדט אין טעלעפֿאָן
גוט מאָרגן! איך הײס פֿיבֿל שװאַרץ. דאָס איז דער אױטאָ־רעפּאַריר־װאַרשטאַט?
יאָ! איך הײס אוריאל. מיט װאָס קען איך אײַך דינען?׳
אױ, מײַן טאַקסי האָט אַ פּראָבלעם.
אױ, װײ! מיסטער שװאַרץ...מיסטער שװאַרץ מאַכט זיך נישט־װיסנדיק פֿאַר לין
װוּ זענט איר? װעלכע גאַס?
אױ, װײ!
איך װײס נישט װעלכע גאַס דאָס איז.
מממ... אַנטשולדיקט מיר, פֿרײַלין...
יאָ?
װוּ זענען מיר?
מיר זענען זײער נאָענט צום אױטאָ־רעפּאַריר־װאַרשטאַט.
װאָס?
איך אַרבעט בײַם אױטאָ־רעפּאַריר־װאַרשטאַט אױפֿן שבת־זונטיק, דעם סוף־װאָכן.
איך בין אַן אױטאָ־מעכאַניקערין.
איר רעדט צו אוריאל, מײַן בעל־הבית.לין נעמט צוריק דעם טעלעפֿאָן
אוריאל, איך האָב געפֿונען אַ נײעם קליענט. מיר קומען באַלד צוריק צום װאַרשטאַט!
איצט, מיסטער שװאַרץ, װעט איר טאַקסי זײַן זײער צופֿרידן מיטן אַרױסקום!