זשוניאָר (עדקעלע) און זײַנע חבֿרים האָבן אַ ספּעציעל הײמאַרבעט פּראָיעקט פֿאַר קלאַס
זײ מוזן געפֿינען אַ דערװאַקסענער װאָס קען דערמאָנען זיך אין עפּעס װיכטיק פֿון היסטאָריע
איציקל, װעמען האָסטו געפֿונען?
מר״ס מילשטײן, מײַן זײדע האָט דערמאָנט זיך אַז זײַן עלטער־זײדע האָט גערעדט פֿון דעם אױסגעפֿינס פֿון דעם טעלעפֿאָן.
װוּנדערלעך! װעלװל, װעמען האָסטו געפֿונען?
מר״ס מילשטײן, מײַן זײדע האָט געקעמפֿט אין דער צװײטע װעלט־מלחמה.
אױסגעצײכנט! זיסעלע, װעמען האָסטו געפֿונע?
מר״ס מילשטײן, מײַן באָבע האָט דערמאָנט זיך אַז איר עלטער־באָבע האָט דערצײלט מעשׂיות פֿון דער בירגער־מלחמה.
אױסערגעװײנלעך! זשוניאָר, װעמען האָסטו געפֿונען?
מר״ס מילשטײן, איך װיל רעדן מיט מײַן שכן, לוסי.לוסי עפֿנט די טיר פֿון איר דירה
אױ, שלום־עליכם, זשוניאָר!
עליכם־שלום. קענסטו מיר העלפֿן מיט מײַן הײמאַרבעט?
איך דאַרף שרײַבן עפּעס.
אױ, אַװדאי!
איך שרײַב זײער גוט. איך שרײַב אַ זײער באַליבטן בלאָג.
דו װילסט לײענען מײַן בלאָג? ס׳איז זײער אינטערעסאַנט.
נײן.
זײער גוט. אפֿשר איז עס צו אַװאַנסירט פֿאַר דיר. אָבער איך האָב אַ סך גרינגער ביכער.
דאַרפֿסטו מײַנע ביכער פֿאַר דײַן הײמאַרבעט?
נײן, איך דאַרף נישט דײַנע ביכער.
און װעגן װאָס איז דײַן הײמאַרבעט?
איך װיל שרײַבן עפּעס װעגן דינאָזאַװערס.
און פֿאַר װאָס װילסטו מײַן הילף?
װײַל דו ביסט זײער אַלט...
און דו האָסט געװוּסט אַ סך דינאָזאַװערס, בין איך גערעכט?
גײ אַװעק, זשוניאָר!