װוּ זענען מײַנע שליסל?

װוּ זענען מײַנע שליסל?

לין איז מיט איר באָבע, לוסי און איר בעסטע חבֿרטע, אהובה
509מיר האָבן אַ רעזערװאַציע אין אַ זײער עלעגאַנט רעסטאָראַן הײַנט אין אָװנט.
509לאָמיר גײן! איך װיל נישט זײַן שפּעט.
175אַך, דאָס װעט זײַן אַן אײַנגענעם אָװנט!
508זײער גוט! לאָמיר גײן!
508אױ, װײ! װוּ זענען די שליסל פֿון מײַן אױטאָ?
509אױ, לין, קײן מאָל נישט װײסטו װוּ דײַנע שליסל באַהאַלטן זיך!
175יאָ, דאָס איז דער רײנער אמת. דו װײסט קײן מאָל נישט.
509זענען זײ אין די קעשענע⁠ס פֿון דײַן מאַנטל?
לין זוכט אין אַלע קעשענע⁠ס פֿון איר מאַנטל
508גאָרנישט!
175אױ, איך װײס! זײ זענען אונטערן בעט!
508נײן! זײַ נישט נאַריש! זײ זענען נישט אונטערן בעט!
509זענען זײ אױף דײַן שרײַבטיש?
508נײן! ס׳איז זײער מאָדנע אַז מײַנע שליסל זענען פֿאַרשװוּנדן געװאָרן װי אין װאַסער אַרײַן!
508נו, איך האָב נישט מײַנע שליסל. לאָמיר גײן צום רעסטאָראַן מיט אַ טאַקסי.
509נײן, ס׳איז צו שפּעט!
175אַזאַ שאָד!
508זײַ מיר מוחל!
509זײער גוט, איך קען קאָכן עפּעס צו װעטשערע.
לוסי עפֿנט די טיר פֿון פֿרידזשידער
509אױ, געװאַלד, לין! דאָ זענען דײַנע שליסל!
509און דאָ איז אַ קאַרטאָן מילך אױפֿן טיש!
509װען דו ביסט געקומען אַהײם פֿון סופּערמאַרק...
509האָסטו אַװעקגעשטעלט די מילך אױפֿן טיש און דײַנע שליסל אין פֿרידזשידער!
175אױ, װײ!