זײער אַ גרױסע משפּחה

זײער אַ גרױסע משפּחה

פּערל פֿאָרט אַהײם מיט רחלן כּדי צו טרעפֿן זיך מיט רחלס מישפּחה
Mamaאױ, מײַן טײַערע רחל; מײַן באַליבטסטע טאָכטער!
Rachelחחח, מאַמע, דו האָסט נאָר אײן טאָכטער!
Rachelדאָס איז מײַן געליבטע, פּערל.
Pearlגוט־מאָרגן, מר״ס פֿײַנגאָלד.
Rachelפּערל, דאָס איז מײַן עלטסטער ברודער, װעלװל.
Velvlגוט־מאָרגן, פּערל!
Pearlװאָס הערט זיך, װעלװל?
Rachelאון דאָס איז מײַן זײדע, ר׳ יאַנקל.
Reb Yanklגוט־מאָרגן, פּערל!
Pearlזײער אײַנגענעם זיך צו באַקענען.
Rachelדאָס איז מײַן טאַטע, און דאָס איז מײַן ייִנגסטער ברודער, מענדל.
Papaגוט־מאָרגן, פּערל!
Mendlגוט־מאָרגן, פּערל!
Pearlשלום־עליכם, מ״ר פֿײַנגאָלד! װאָס הערט זיך, מענדל?
Rachelאון דאָס זענען מײַנע צװילינג־ברידער, דודל און שלמה.
Dovidl / Shlomoגוט־מאָרגן, פּערל!
Dovidl / Shlomoגוט־מאָרגן, פּערל!
Pearlנו, חבֿרה!
Pearlאױ, רחל, דו האָסט זײער אַ גרױסע משפּחה!
Mamaאָבער װײ איז מיר, איך האָב נאָר אײן טאָכטער!
Rachelמאַמע, גיב נאָר אַ קוק!
Mamaאױ, זײַ מיר מוחל! איצט האָב איך צװײ ליבע טעכטער!
Mamaברוך־הבאָ אין דער משפּחה, פּערל!
Pearlאַ שײנעם דאַנק!