איך אַרבעט נישט דאָ!

איך אַרבעט נישט דאָ!

װיקרעם שטײט אין אַ געשעפֿט און װאַרט אױף זײַן װײַב, שײנאַ
אַ פֿרױ קומט אַרײַן און כאַפּט אַ שמועס מיט אים
a chatty shopperשלום־עליכם!
Vikramעליכם־שלום!
a chatty shopperאיר אַרבעט דאָ?
Vikramאיך...
a chatty shopperפּערפֿעקט! איך דאַרף הילף.
Vikramאָבער...
a chatty shopperאיך דאַרף אַ נײַעם מאַנטל.
a chatty shopperעס געפֿעלט אײַך דער רױטער?
Vikramאיר...
a chatty shopperאָדער עס געפֿעלט אײַך דער ברױנער?
Vikramמממ...
Vikramנו, דער ברױנער מאַנטל איז באַקװעם און ס׳איז ביליק...
Vikramאָבער דער רױטער איז זײער שײן.
Vikramאון ס׳איז עלעגאַנט און מאָדיש!
Vikramס׳איז אַ פּערפֿעקטער מאַנטל פֿאַר אײַך!
a chatty shopperזײער גוט. איך װיל דעם רױטן מאַנטל!
a chatty shopperאַ שײנעם דאַנק! איר זענט אַזױ פֿעיִק אױף אײַער אַרבעט!
a chatty shopperאון װוּ קען איך באַצאָלן?
Vikramאיך װײס נישט.
a chatty shopperאױ, װײ; פֿאַר װאָס װײסט איר נישט װוּ איך קען באַצאָלן פֿאַר מײַן אײַנקױף?
Vikramאיך אַרבעט נישט דאָ!
Ilana, the sales clerkשלום־עליכם! איך הײס אילנה. מיט װאָס קען איך אײַך דינען?
Ilana, the sales clerkאױ, מאַדאַ֜ם, דאָס איז זײער אַ שײנער מאַנטל. איר האָט אַ שאַרפֿ אױג.
Shaynaאױ, װיקרעם, װי סע פֿליט די צײַט! װיפֿל איז דער זײגער? ס׳איז אַזױ שפּעט און איך בין אַזױ מיד!
Shaynaלאָמיר גײן אַהײם.
a chatty shopperאױ, װײ; אילנה, װעמען קען איך באַצאָלן פֿאַר מײַן נײעם רױטן מאַנטל?