דער נײַער תּלמיד

דער נײַער תּלמיד

זאַרי און לילי זיצן אױפֿן שול־אױטאָבוס מיט אַנדערע קינדער
Zariאױ, לילי ס׳איז דאָ אַ נײַער תּלמיד אין אונדזער קלאַס!
Zariער הײסט הערשל.
Lilyהערשל? יאָ, איך בין באַקאַנט מיט אים.
Zariהאָסטו געװוּסט אַז ער קומט פֿון ארץ־ישׂראל?
Zariאון אַז דער טאַטע שרײַבט ביכער?
Lilyאױ, דאָס האָב איך נישט געװוּסט. זײער אינטערעסאַנט.
Zariער רעדט דרײַ שפּראַכן; פֿראַנצײזיש, ייִדיש און העברעיִש.
Lilyהו־האַ! ער איז זײער אינטעליגענט.
Zariיאָ, אינטעליגענט און הױך, און ער האָט זײער שײנע...
Lilyחחח, יאָ, זאַרי? זײער שײנע... אױגן? ליפּן? מוסקלען?
Zariמממ... זײער שײנע שיך.
Lilyאױ װײ, זאַרי; הערשל זיצט באַלד הינטער אונדז!
Zariװאָס?!
Lilyשלום־עליכם, הערשל!
Hershlעליכם־שלום, לילי! װאָס מאַכסטו?
Lilyנישקשה, אַ דאַנק.
Lilyהערשל, דאָס איז מײַן חבֿרטע, זאַרי.
Lilyזײ געפֿעלן איר... דײַנע שיך.
Zariאױ, מממ... שלום־עליכם, הערשל!
Zisseleאײַ־אײַ־אײַ! איך מײן אַז זאַרי האָט ליב הערשלען!
Velvlװאָס? װאָס? עפּעס פֿון זאַרין און הערשלען? דערצײל מיר אַלעס!