פֿאָר אין סטאַנציע!

פֿאָר אין סטאַנציע!

אָסקאַר לױפֿט צו צו אַ טאַקסי.
עס מאַכט אים אַ שײנעם סופּריז װען ער זעט זײַן חבֿרטע, לין, שאָפֿירט דעם טאַקסי
Óskarלין! דו שאָפֿירסט טאַקסיס?
Linיאָ, ס׳איז איצט מײַן נײַע אַרבעט!
Linװוּהין װילסטו פֿאָרן?
Óskarדי סטאַנציע, ביטע.
Óskarאיך האָב געענדיקט מײַן אַרבעט און איך װיל אַהײמפֿאָרן.
Óskarאיך מוז נישט פֿאַרשפּעטיקן די באַן.
Linזײער גוט.
Linאױ! אײן פֿראַגע. װוּ געפֿינט זיך די סטאַנציע?
Óskarדאָס װײס איך נישט. דו װײסט נישט?
Linאיך װײס! איך װײס! קײן דאגה נישט!
לין הײבט זיך אָן פֿאָרן
Linאַך! מיר זענען דאָ!
Óskarלין, דאָס איז נישט די סטאַנציע. ס׳איז דער אוניװערסיטעט.
Linאַך! קײן דאגה נישט!
לין הײבט זיך אָן פֿאָרן װידער
Linמיר זענען דאָ!
Óskarלין . . .
Linיאָ?
Óskarדאָס איז דער שפּיטאָל!
Linאױ, װײ!
לין הײבט זיך אָן פֿאָרן נאָך אַ מאָל
Linמיר זענען דאָ, אָסקאַר!
Óskarלין, דאָס איז אױך נישט די סטאַנציע!
Linאיך װײס! איך װײס! דאָס איז מײַן דירה.
Linאיך װיל מער נישט שאָפֿירן קײן טאַקסיס.
Linדי אַרבעט איז צו שװער!
לין עפֿענט די טיר פֿונעם טאַקסי
Linאַ גוטע נאַכט, אָסקאַר!