דער װעגעטאַריער

דער װעגעטאַריער

װיקרעם גײט אינעם תּל־אָבֿיבֿ רעסטאָראַן, זײער אַ שײנעם רעסטאָראַן
Moishe, the Waiterאַ גוטן־אָװנט! איך הײס משה, און איך װעל זײַן אײַער קעלנער הײַנט.
Moishe, the Waiterאָט איז אײַער טיש און דער מעניו.
װיקרעם לײענט איבער דעם מעניו
Vikramאיך װיל אײַך עפּעס פֿרעגן.
Vikramאיך בין אַ װעגעטאַריער.
Vikramהאָט איר װעגעטאַרישע עסן?
Moishe, the Waiterיאָ, יאָ! מיר האָבן שניטקעס מיט פֿלײש; זײער געשמאַק.
Vikramשניטקעס מיט פֿלײש? איך בין אַ װעגעטאַריער.
Moishe, the Waiterאױ, זײַט מיר מוחל!
Moishe, the Waiterמיר האָבן זײער געשמאַקע געבראָטענע הינדל.
Vikramגעבראָטענע הינדל איז פֿלײש,
Vikramאון איך עס נישט קײן פֿלײש!
Moishe, the Waiterמיר האָבן סאַלאַטן...
Vikramאױ, איך האָב ליב סאַלאַטן!
Moishe, the Waiterס׳איז דאָ אַ סאַלאַט מיט פּאָמידאָרן, אוגערקעס, לאַקס...
Vikramאיך עס נישט קײן לאַקס! איך בין אַ װעגעטאַריער!
Moishe, the Waiterמיר האָבן פֿריטקלעך...
Vikramזײער גוט, פֿריטקלעך.
Moishe, the Waiterפֿריטקלעך... פּערפֿעקט! און... מיט אַ האַמבורגער?
װיקרעם װערט אױפֿגערעגט און אין כּעס, קלאַפּט אָן דעם טיש און שרײַט אױס...
Vikramאיך עס נישט קײן פֿלײש!
Vikramאױ, איך האָב נישט קײן געדולד צו אַ נאַרישן קעלנער!
פּלוצלינג שטעלט װיקרעם זיך אױף און גײט אַרױס פֿון דעם תּל־אָבֿיבֿ רעסטאָראַן און טוט אַ קלאַפּ מיט דער טיר
Moishe, the Waiterאױ, איך פֿאַרשטײ נישט. פֿאַר װאָס איז ער אַזױ אױפֿגערעגט?