איציקל, אַ חבֿר פֿון זשוניאָר (עדקעלע), רעדט מיט זײַן טאַטן
טאַטע, איך דאַרף אַן אַרבעט.
װאָס מײנסטו, איציקל? דו ביסט נאָר אַכט יאָר אַלט!
דו דאַרפֿסט נישט קײן אַרבעט.
מיר דאַרפֿן מער געלט.
מיר האָבן גענוג געלט, איציקל.
מיר דאַרפֿן מער געלט צו קױפֿן אַ נײַע הױז.
דאָס הױז איז צו קלײן.
איציקל, װאָס רעדסטו? דאָס הױז איז נישט קלײן!
און מיר דאַרפֿן אַ נײַעם אױטאָ.
פֿאַר װאָס? פֿאַר װאָס?
װײַל עס איז צו קלײן.
איציקל...
מיר דאַרפֿן נאָך מער צימערן.
נאָך מער צימערן?
מיר דאַרפֿן נאָך מער צימערן פֿאַרן עופֿעלע, טאַטע!
װאָס פֿאַר אַן עופֿעלע?
אױ, טאַטע; מאַמעס נײַע עופֿעלע!
מאַמע?! אַ נײַע עופֿעלע?! אױ, אַ בראָך!
אױ װײ, טאַטע! װאָס איז מיט דיר? ביסטו קראַנק?
דו דאַרפֿסט זיך אַװעקזעצן!
אױ, געװאַלד! מיר דאַרפֿן אַ נײַע הױז און אַ נײַעם אױטאָמאָביל!
און, יאָ; מיר דאַרפֿן נאָך מער צימערן!
אױ, איך האָב נאָר װאָס געהערט די נײַעס! מזל־טובֿ! איר זאָלט דערלעבן אַ סך נחת! ס׳איז אַ ייִנגעלע אָדער אַ מײדעלע?
אױ, איך האָב נאָר װאָס געהערט די נײַעס! אױ, מזל־טובֿ! אַ סך נחת! ס׳איז אַ ייִנגעלע אָדער אַ מײדעלע?
Tap the pairs אַרבעט job געלט money קראַנק sick עופֿעלע baby ("EY-fe-le") צימערן rooms