עדי און זײַן זון, זשוניאָר (עדקעלע) זיצן בײַם טיש נאָך פֿרישטיק
טאָטע, איך װיל רעדן מיט דיר. ס׳איז זײער װיכטיק.
איך װיל פֿרעגן װידער׃ קענען מיר קריגן אַ הונט?
זשוניאָר, האָבן אַ הונט איז אַ סך אַרבעט.
אױ, ביטע, טאַטע, איך בין זײער אַחריותדיק.
זײער גוט...
איך װיל אַז דו זאָלסט אױפֿראַמען דײַן צימער און צו רעכט מאַכן דײַן בעט...
זײער גוט!
און אָפּװאַשן דאָס געשיר און דער גרױסע טעפּ װאָס מיר האָבן געניצט צו מאַכן װעטשערע נעכטן אין אָװנט
יאָ, טאַטע.אין נישט מער װי אַ שעה, זשוניאָר פֿאַרענדיקט זײַן אַרבעט.
טאַטע, גיב אַ קוק!
פּערפֿעקט! אױ, דו ביסט אַזױ אַחריותדיק!... אײן זאַך מער...
דײַן באָבע מאַלכּה קומט הײַנט צו פֿאַרברענגען מיט אונדז...
איך װיל אַז דו זאָל זײַן אַחריותדיק צו מאַכן באָבע מאַלכּה באַקװעם.
אױ, עס װעט זײַן אַזױ גרינג! איך האָב ליב באָבע מאַלכּה!ס׳איז דאָ אַ קלאַפּ אין טיר
באָבע מאַלקע איז דאָ!
מאַמע!
מײַן זיסע משפּחה!
באָבע מאַלכּה, באָבע מאַלכּה, איך װיל זײַן מער אַחריותדיק! װאָס דאַרפֿסטו?
איך דאַרף הילף אױסטאָן מײַן שװערן מאַנטל.
איך קען עס טאָן.
און מײַנע נאַס קאַלאָשן. אױ, עס גײט אַזאַ שנײ!
זעצ זיך אַװעק, באָבע מלכּה. איך קען עס טאָן!
קען איך האָבן אַ גלאָז װאַסער?
נאַ, באָבע מלכּה, און אַ קישן פֿאַר דײַן רוקן!
אַ האַרציקן דאַנק, מײַן טײַערער! אָט דאָס הײסט אַ גוט ייִנגעלע!
איך האָב געברענגט אַ לאָקשן קוגל און אַ שאָקאָלאַד־טאָרט.
זײ דאַרפֿן גײן אין פֿרידזשידער.
איך קען עס טאָן! איך קען עס טאָן!
אַזױ בײַהילפֿיק!און דער װיזיט מיט באָבע מאַלכּה איז געװען אַ גוטער
זונדעלע, איך בין זײער שטאָלץ מיט דיר!
איצט קענסטו האָבן אַ הונט!
נײן! איצט װיל איך נישט אַ הונט...
אױ, װײ! פֿאַר װאָס נישט!
איך בין אַזױ מיד! איך װיל נישט זײַן אַחריותדיק!