בי און איר ראַנדקע, אריה, זענען אינעם תּל־אָבֿיבֿ רעסטאָראַן
איך בין הונגעריק!
דער פֿיש דאָ איז זײער געשמאַק!
אַ גוטן־אָװנט! איך הײס משה, און איך װעל זײַן אײַער קעלנער הײַנט אין אָװנט.
אָט איז אײַער טיש און אײַער מעניו.בי און אריה לײענען איבער די מעניוען
איך האָב ליב דײַן עצה, אריה...
איך װיל דעם פֿיש, ביטע.
זײער גוט. און װאָס װילט איר צו טרינקען?
מיר האָבן אַ זײער ספּעציעל װײַן...
און עס איז פּערפֿעקט מיטן פֿיש.
אָבער עס איז אַ ביסל טײַער
ס׳איז אַ צפּעציעל נאַכט פֿאַר אונדז און מיר װילן אַ פֿלעשל פֿון דײַן ספּעציעל װײַן.
זײער גוט.דער קעלנער קומט צום טיש מיטן פֿיש און דעם פֿלעשל װײַן
עס זעט אױס געשמאַק!
יאָ; אַזױ געשמאַק!אָױ, װײ! אריה גיסט זיך אױס זײַן װײַן אױף ביס טעלער מיט פֿיש
אױ, אַזאַ אַװאַריע! זײַ מיר מוחל!
און גיב אַ קוק, בי! דײַן פֿיש!
אױ, װײ, אריה! דײַן גלעזעלע װײַן!בי עסט איר פֿיש.
נו, דער קעלנער איז געװען גערעכט!
דער װײַן איז פּערפֿעקט מיטן פֿיש!