איך בין זײער קראַנק!

איך בין זײער קראַנק!

עדי איז אין דער קיך און זײַן זון זשוניאָר (עדקעלע) לױפֿט אַרײַן אין דער קיך
415טאַטע! איך בין זײער קראַנק!
414אױ, װײ! נײן!
עדי טאַפּט זשוניאָרס קאָפּ
414מממ... דו האָסט נישט קײַן פֿיבער.
415אָבער סע טוט מיר װײ דאָס אױג! איך װיל גײן צו דאָקטער ראַבינאָװיטש.
414זײער גוט.
עדי און זשוניאָר גײן צו דאָקטער ראַבינאָװיטש
3173שלום־⁠עליכם, זשוניאָר? װאָס מאַכסטו?
415איך בין קראַנק, דאָקטער ראַבינאָװיטש! סע טוט מיר װײ דאָס אױג!
3173אױ, װײ! איך קען דיך העלפֿן.
דאָקטער ראַבינאָװיטש באַקוקט זשוניאָרס אױג
3173מממ... אַלץ איז אין אָרדענונג מיטן אױג.
415אױ, נײן; סע טוט מיר װײ דאָס האַנט!
דאָקטער ראַבינאָװיטש באַקוקט זשוניאָרס האַנט
3173אַלץ איז אין אָרדענונג מיט דער האַנט אױכעט.
414דאָקטער ראַבינאָװיטש, מײַן זון איז געזונט?
3173יאָ; ער איז אין גאַנצן געזונט.
3173דו ביסט נישט קראַנק, זשוניאָר.
415יאָ, יאָ; איך בין זײער קראַנק!
3173זשוניאָר, דער אמת; ביסטו דאָ װײַל איך גיב דיר שטענדיק שאָקאָלאַד?
415מממ... יאָ.
414זשוניאָר!
415נו, איצט קען איך האָבן מײַן שאָקאָלאַד?