ס׳האָט זיך מיר פּלוצלינג פֿאַרװאָלט אַ פּיצע

ס׳האָט זיך מיר פּלוצלינג פֿאַרװאָלט אַ פּיצע

ס׳איז געװען שפּעט בײַ נאַכט
508ס׳האָט זיך מיר פּלוצלינג פֿאַרװאָלט אַ פּיצע.
509לױף צו "נאַטאַנס נאַשן". איך װיל אַ פּיצע אױכעט.
לין גײט צו "נאַטאַנס נאַשן" פֿאַר פּיצע
889שלום־⁠עליכם, לין. ברוך־⁠הבאָ אין "נאַטאַנס נאַשן".
889מיר דאַרפֿן יאָגן זיך װײַל מיר פֿאַרמאַכן זיך.
508עליכם־שלום, נאַטאַן. איך װיל צװײ פּיצעס; אַנאַנאַס פֿאַר מיר און אַנטשאָװי⁠ס פֿאַר די באָבען, לוסי
לין װיל צװײ פּיצעס.
לין גײט אַהײם מיט איר פּיצעס און זי טרעפֿט אָסקאַר אין אַ זײַטיקע גאַס
592שלום־⁠עליכם, לין. אױ, דו האָסט פּיצעס!
592ס׳האָט זיך מיר פּלוצלינג פֿאַרװאָלט אַ פּיצע!
508עליכם־שלום, אָסקאַר! די פּיצעס זענען פֿונעם רעסטאָראַן, "נאַטאַנס נאַשן".
592אױ, איך האָב ליב דעם רעסטאָראַן!
592איך װעל גײן צו קױפֿן אַ פּיצע!
508אױ, דו מוזסט לױפֿן! נאַטאַן האָט געזאָגט אַז ער װעט שױן פֿאַרמאַכן דעם רעסטאָראַן!
592אױ, װײ! נײן!
אָסקאַר לױפֿט צו "נאַטאַנס נאַשן" צו קױפֿן אַ פּיצע
592איך װיל אַ פּיצע, נאַטאַן! קענסטו מיר פֿאַרקױפֿן אַ פּיצע?
889אױ, װײ, אָסקאַר! דו ביסט צו שפּעט! די אױװנס זענען קאַלט.
889מיר האָבן מער נישט קײַן פּיצעס הײַנט בײַ נאַכט!
אָסקאַר לױפֿט צוריק צו לין
592לין, דו האָסט צװײ פּיצעס. אפֿשר קען איך קױפֿן אײן פֿון דײַנע צװײ פּיצעס?
508אױ, נײן, אָסקאַר. זײַ מיר מױכל, אָבער אײן איז פֿאַר די באָבען, לוסי, און דער אַנדערער איז פֿאַר מיר.
592מממ... אפֿשר קענסטו טײלן זיך מיט מיר מיט אַ שטיקל פֿון דײַן פּיצע.
508אױ, נײן, אָסקאַר, דאָס איז מאָדנע.
508איך גײ שױן. זײַ געזונט, אָסקאַר!
לין גײט אַהײם
592אױ, װײ! איצט װיל איך אַװדאי אַ שטיקל פּיצע פֿון "נאַטאַנס נאַשן"!
אָסקאַר קלינגט אָנ עמעצער
592האַלאָ, לוסי? ס׳איז אָסקאַר. דו האָסט פּלענער פֿאַר װעטשערע?
509יאָ, פּיצע מיט לין. דו װילסט אונדז מיטעסן?
592יאָ, יאָ! זײער גוט. אַ שײנעם דאַנק!
לוסי קלינגט אָנ לין
509אָסקאַר האָט ערשט איצט אָנגעקלינקט און איך האָב אים פֿאַרבעטן אױף װעטשערע.
508אױ, װײ! סאַראַ חוצפּה!