זאַרי און לילי זענען אין דער שול
אױ, לילי, איך װער אױס מענטש! איך קען נישט געפֿינען מײַן טאָגבוך אין ערגעץ נישט!
און... װאָס איז די פּראָבלעם?
איך שרײַב פֿון הערשלען אין מײַן טאָגבוך!
?What comes next
הערשל? דער בחור אין אונדזער קלאַס?
יאָ, איך מוז געפֿינען מײַן טאָגבוך!
אױ, זײער גוט. איך קען העלפֿן. איך װײס אַלע גוטע באַהעלטענישן דאָ אין דער שול.
זײ זוכן דעם טאָגבוך אומעטום
אױ, איך װײס נישט; איך האָב גאָרנישט געפֿונען!
אַלע װינקלען, אַלע באַהעלטענישן; גאָרנישט
זײַ מיר מוחל!
אױ, אַ בראָך! ס׳איז דער ערגסטער טאָג פֿון מײַן לעבן!
."Choose the option that means "worst אױ , אַ בראָך ! ס׳איז דער ערגסטער טאָג פֿון מײַן לעבן !
פּלוצלינג באַמערקן זײ הערשל. ער קומט צו זײ.
אױ! ער האָט אַ שרײַיִק ראָזעװע טאָגבוך אין דער האַנט.
אױ, װײ! ס׳איז הערשל, און ער האָט מײַן טאָגבוך!
איך גײ חלשן!
?What comes next
שלום־עליכם, זאַרי! איך האָב דײַן טאָגבוך.
װאָס רעדסטו? ס׳איז נישט מײַן טאָגבוך!
אָבער עס האָט דײַן נאָמען אױפֿן אײַנבונד אין גרױסע גאָלדנע אותיות.
יאָ, ס׳איז מײַן טאָגבוך, אָבער...
זאָרג זיך נישט! איך קען נישט לײענען דײַן האַנטשריפֿט.
אױ... פּערפֿעקט!
הערשל, מיר װילן שפּילן אין קױשבאָל פֿרײַטיק נאָכן שול. װילסטו שפּילן זיך?
נײן, װעלװל. איך גלײב אַז איך װעל זײַן פֿאַרנומען פֿרײַטיק.
הערשל, מײַן מאַמע װילט אַז דו זאָלסט מיטקומען אױף װעטשערע אױף שבת. קענסטו קומען?
איך קען נישט, איציקל. איך גלײב אַז איך װעל זײַן פֿאַרנומען פֿרײַטיק.
זאַרי, דו װילסט גײן צו זען אַ פֿילם פֿריטיק?
אױ, יאָ!
זײער גוט! ביז פֿרײַטיק! זײַ געזונט, זאַרי
זײַ געזונט, הערשל!
אױ, לילי; ס׳איז דער בעסטער טאָג פֿון מײַן לעבן!
אױ, װײ!
Tap the pairs האַנטשריפֿט handwriting אותיות letters (alphabet) פֿרײַטיק Friday טאָגבוך diary ערגסטער worst