איך אַרבעט נישט הײַנט

איך אַרבעט נישט הײַנט

װיקרעם זיצט אין קיך און טרינקט זײַן קאַװע, און זײַן װײַב, שײנאַ, קומט אַרײַן אין קיך
560גוט מאָרגן, מײַן ליבער!
593אױ, שײנאַ, װאָס איז דאָס?
593דו ביסט נישט אין דער אַרבעט? ס׳איז דינסטיק.
560איך אַרבעט נישט הײַנט. איך האָב דעם טאָג פֿרײַ.
560איך בין זײער מלא־⁠שׂימחה! איך האָב אַ סך צו טאָן.
שײנאַ קלינגט אָן עטלעכע מענטשן
560מאַמע, הײַנט האָב איך צײַט. װילסטו גײן צו פֿרישטיק צו "נאַטאַנס נאַשן"; אַכט אַ זײגער?
511אױ, ס׳איז מײַן באַליבטסטער רעסטאָראַן! אַ האַרציקן דאַנק!
560האַלאָ, בי! הײַנט האָב איך צײַט. װילסטו גײן צום גימנאַסטישער זאַל מיט מיר; האַלב נאָך נײַן?
507אױ, סאַראַ גוטער אײַנפֿאַל! זײַ מיר דערװײַל געזונט!
560האַלאָ, רֵייזָל! הײַנט האָב איך צײַט. װילסטו גײן צום מוזײ מיט מיר; עלף אַ זײגער?
3303אױ, יאָ, יאָ! איך װיל זען די נײַע אױסשטעלונג פֿון פּיקאַסאָן!
560האַלאָ, טאַנטע אסתּר! הײַנט האָב איך צײַט. װילסטו גײן צו מיטאָג מיט מיר צום תּל־⁠אָבֿיבֿ רעסטאָראַן; אײנס אַ זײגער?
2837אױ, אַ דאַנק! איך האָב ליב דער תּל־⁠אָבֿיבֿ רעסטאָראַן און זײער הינערנע יױך מיט קנײדל⁠עך!
560האַלאָ, באָבע! הײַנט האָב איך צײַט. װילסטו קומען און טרינקן אַ גלעזעלע טײ אין מײַן גאָרטן; האַלב נאָך צװײ
129אַװדאי, שײנאַלע. מיר קענען האָבן הנאה פֿונעם װינטל און די בלומען.
האַלב נאָך דרײַ איז װיקרעם צוריקגעקומען אַהײם און ער האָט געזען שײנאַ אױף דער װעראַנדע
593אױ, שײנאַ, װי איז געגאַנגען דײַן פֿרײַער טאָג?
560זײער גוט... אָבער איצט האָב איך נישט װאָס צו טאָן.
560אפֿשר קענען מיר צוגרײטן װעטשערע.
593די װעטשערע? אָבער ס׳איז נאָר האַלב נאָך דרײַ נאָך מיטאָג!
560יאָ, יאָ; ס׳איז צו פֿרי. װאָס קען איך טאָן?
593דו קענסט זיך אַװעקזעצן אַ ביסל; דו קענסט זיך רוען נאָך דײַן לאַנגן טאָג.
שײנה זיצט אַ פּאָר מינוט.
560איך האָב נישט ליב נאָר זיך צו רוען. ס׳איז נימאס. איך װעל גײן צו דער אַרבעט פֿאַר אַ פּאָר שעה⁠ען.