איך בין שטענדיק שפּעט!

איך בין שטענדיק שפּעט!

לין און לוסי זיצן קוקן אױף טעלעװיזיע
509איך װיל מאַכן קאָקאָשעס!
508אױ, סאַראַ גוטער אײַנפֿאַל!
509אױ, גיב אַ קוק! די האַלב־נאָך־זעקס נײַעס איז אױף טעלעװי֜זיע!
508אױ, געװאַלד! איך האָב אַלעס פֿאַרגעסן!
508ביס שׂימחה אָנהײבט זיך אין אַ האַלבע שעה!
508איך קען נישט זײַן שפּעט! מיר גײן צום תּל־⁠אָבֿיבֿ רעסטאָראַן!
לין לױפֿט צו איר שאַפֿע; זי לױפֿט צום װאַשצימער, זי פֿליט אַרױס פֿון הױז אױסגעפּוצט; און זי האָט פֿאַרגעסן צו זאָגן "זײַ געזונט" צו לוסי.
לין לױפֿט צו דער אױטאָבוס־⁠סטאַנציע
440איר װילט אױטאָבוס דרײַ־און־פֿערציק? ס׳איז שױן אַװעק!
101זײַט מיר מוחל! גיט אַ קוק! אײַער אױטאָבוס גײט הינטערן עק גאַס!
508אױ, װײ! מײַן אױטאָבוס! איך בין צו שפּעט!
508איצט מוז איך קלינגען אָן פֿאַר אַ טאַקסי!
אױ, לינס צעלקע אַרבעט נישט
508אױ, געװאַלד! מײַן צעלקע איז טױט; טױט װי אַ שטײן!
לין זעט אַ טאַקסי אַנטקעגן איבער דער גאַס. זי גיט אַ געשרײ.
508טאַקסי! טאַקסי!
127זײַט מיר מוחל, פֿרײַלין! איך האָב געאַרבעט אָפּ. איצט גײ איך אַהײמ.
508אױ, װײ! סע גלײבט זיך נישט!
לין לױפֿט מיט אירע הױכע קנאַפֿל צום תּל־⁠אָבֿיבֿ רעסטאָראַן. זי זעט בי
508בי, איך בין דאָ!
507אױ, לין, דו ביסט אָן אַן אָטעם און באָדסט זיך אין שװײס! װאָס האָט געשען?
508אױ, איך מוז אָפּכאַפּן דעם אָטעם! ס׳איז געװען שרעקלעך! איך האָב פֿאַרשפּעטיקט מײַן אױטאָבוס...
508און דערנאָך מײַן צעלקע איז געװען טױט און איך האָב נישט געקענט אָנקלינגן פֿאַר אַ טאַקסי...
508און איך האָב געדאַרפֿט לױפֿן מיט מײַנע הױכע קנאַפֿל דעם גאַנצן װעג! איך האָב נישט געװאָלט זײַן שפּעט!
508בי, ס׳איז קײנער נישטאָ! װוּ זענען אַלע פֿון דײַנע חבֿרים? ס׳איז זיבן אַ זײגער!
507חחח, דײַן פֿאַרבעטונג זאָגט אַז די שׂימחה אָנהײבט זיך אױף זיבן אַ זײגער װײַל דו ביסט שטענדיק שפּעט
507אָבער מײַן שׂימחה אָנהײבט זיך אױף אַכט אַ זײגער!